מוזיקוועלט — MusicVelt

יואלי ווייס פועלט ישועות מיט א נייע ניגון: "רבי חיים זאנוויל בן רבי משה"

יואלי ווייס פועלט ישועות מיט א נייע ניגון: "רבי חיים זאנוויל בן רבי משה"
מוזיקוועלט רעדאקציעכ"ג תשרי תשפ"זOct 4, 20265:38 PM

יואלי ווייס - רבי חיים זאנוויל בן רבי משה

צום יארצייט פונעם פועל ישועות בקרב הארץ, דער הייליגער ריבניצער רבי זי"ע, טוט דער בארימטער זינגער יואלי ווייס ארויסלייגן א נייע, הארציגע תפילה וואס ער האט קאמפאזירט שטייענדיג ביים ציון הקדוש אין מאנסי.

היינט, אסרו חג סוכות, געפאלט די הילולא קדישא פונעם צדיק וקדוש, מרן חיים זאנוויל בן רבי משה ויוטא ציפורה זצוקלל"ה. דער הייליגער ריבניצער ציון אינעם וויזשניצער בית החיים אין מאנסי איז באוואוסט איבער דער גאנצער וועלט אלס א מקום תפילה נאמן ונשגב. דער מקום קדוש איז אפן 24 שעה א טאג דורכאויס דעם גאנצן יאר, וואו מען קען טרעפן אידן מתפלל זיין אין יעדע שעה פון מעת לעת. יעצט, ספעציעל צום גרויסן יום היארצייט, שטראמען אהין צענדליגע טויזנטער אידן אומאויפהערליך אויסצובעטן ישועות.

שטייענדיג דארט ביים ציון הקדוש, איבערגענומען פון די קדושת המקום און די כסדר'דיגע תפילות פון די אידן וואס שטראמען אהין בפרט יעצט צום יארצייט, האט דער בארימטער זינגער יואלי ווייס ארויסגעברענגט די טיפע געפילן פון יעדן אידיש קינד מיט א נייעם, ווארעמען ניגון. דער ניגון ווערט ספעציעל פרעזענטירט דורך הנגיד יצחק פאגל, וועלכער האט אונטערגענומען ארויסצוברענגען דעם דאזיגן הייליגן ניגון לאור עולם.

דער ניגון איז א מעכטיגע תפילה וואס בעט אז בזכות פונעם צדיק זאל דער אייבערשטער שוין אונז זאגן די בשורה טובה אז "משיח איז שוין דא" – א געבעט וואס כלל ישראל ווארט שוין ארויס מיט עקשנות פאר אזויפיל יארן אינעם ביטערן גלות.

יעצט, ביום היארצייט פונעם צדיק, ווען זיין הייליגער זכות איז מגן אויף די וועלט, איז דער ניגון א תפילה אז דער ריבניצער רבי זאל ארויפגיין צום כסא הכבוד און שטורמען די הימלען פאר אונזערטוועגן. אין דער צייט וואס דער צדיק בעט פאר די פילע ישועות וואס כלל ישראל דארף אזוי נויטיג האבן, זאל ער פועל'ן די איין גרויסע, ענדגילטיגע ישועה – אז משיח זאל שוין קומען צו גיין און אונז אויסלייזן בקרוב.

זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל, אמן!

Share