מוזיקוועלט — MusicVelt

לכבוד די 32'סטע יארצייט פון הרה"ח רבי שלמה בן רבי נפתלי קרליבך זצ"ל

א ערשטמאליגע רייכע בייאגראפיע און שמועס מיט ר' יוסף וויינבערג שליט"א, א עדות'שאפט איבער די לעצטע שעות פון רבי שלמה'לע

א ערשטמאליגע רייכע בייאגראפיע און שמועס מיט ר' יוסף וויינבערג שליט"א, א עדות'שאפט איבער די לעצטע שעות פון רבי שלמה'לע
מוזיקוועלט רעדאקציעט"ז חשוון תשפ"זOct 27, 20262:30 AM

דאס איז געווען דער ריכטיגער "לב טהור", דאס הארציגע לעבן פונעם אומפארגעסליכן בעל מנגן אוהבן של ישראל, רבי שלמה קרליבך זצ"ל. היינט, 32 יאר שפעטער, געדענקט די אידישע וועלט נישט נאר די שיינע מוזיק וואס ער האט איבערגעלאזט, נאר דעם איד אליין, וואס זיין הארץ איז געווען אזוי אפן פאר יעדן איינציגן נפש מישראל. א הארץ וואס איז געווען גרייט אויסצוברעכן אין א ניגון פון תשובה און התעוררות ביז די לעצטע מינוטן פון זיין לעבן. זיין הארץ האט געקלאפט פאר יעדן אידיש קינד, און היינט קלאפן זיינע ניגונים ווייטער אין די טיפענישן פון אונזערע הערצער.

א גרויסע ירושה וואס וואקסט פון טאג צו טאג: די אידישע וועלט צייכנט אפ מיט נאסטאלגיע 32 יאר זייט די לעכטיגע נשמה פונעם אוהב ישראל איז ארויף אין הימל. אבער זיין קול איז נישט שטיל געווארן. דאס הארץ וואס האט געזינגען און געמאכט הונדערטער הארציגע ניגונים, לעבט און שפירט זיך היינט פיל מער ווי אינדערצייט וואס ער איז געווען צווישן אונז.

דער פאקט רעדט פאר זיך: עס וואקסט נאר גרעסער און גרעסער פון טאג צו טאג. קיין איין חתונה אדער אידישע שמחה קען זיך נישט פירן אן זיינע תנועות. ביי יעדע קומזיץ און ווארעמע פארברענג, אין יעדע שול און ביי יעדע מנין קבלת שבת – פון די חסידישע הויפן אין בארא פארק ביז די קליינע שולכלעך אין אלע עקן פון דער וועלט – זינגט מען זיינע ניגונים מיט איין אטעם. עס איז אן אומבאַגרייפליכע זאך וואס הערט זיך נישט אויף; עס ברענגט א געוואלדיגע חיות. רבי שלמה האט איבערגעלאזט א ריזיגע ירושה מיט טויזנטער ניגונים, מעשיות און ספרים, וואס האבן נאר איין ציל: צו ברענגען אידן נאנט צום רבונו של עולם מיט אן אהבת ישראל וואס מען זעט שוין נישט היינט.

רבי שלמה איז געבוירן געווארן אין בערלין, דייטשלאנד, אין יאר תרפ"ה, צו זיין גרויסן פאטער הגאון רבי נפתלי קרליבך זצ"ל. ער איז אויסגעוואקסן א ריכטיגער תלמיד חכם און אן עכטער עילוי. אין די יונגע יארן האט ער געלערנט אין די גרעסטע ישיבות אין אמעריקע, ווי תורה ודעת און באבאוו, און ער איז אפילו געווען איינער פון די נאענטסטע תלמידים פונעם לעקוואודער ראש ישיבה, הגאון רבי אהרן קאטלער זצ"ל.

אבער זיין נשמה האט אים געצויגן צו עפעס אנדערש, א שליחות וואס האט אים נישט געלאזט רוען. ער האט געזען ווי טויזנטער אידישע קינדער אין יענע יארן פארלירן דעם אידישע וועג אין געפינען זיך אויף די גאסן און זוכן ווארעמקייט מיט א גוט ווארט. ער האט באשלאסן איבערצולאזן די ישיבה, אראפצוהילכען דירעקט צו זיי, און זיי צוריקברענגען צום טאטן אין הימל דורך דעם כוח פון נגינה, שמחה און אהבת ישראל. מיט דעם האט ער געבויט די יסודות פון דער גאנצער היינטיגער אידישער מוזיק וועלט.

דער סוד פונעם ניגון: עס קומט שטענדיג אויף דער גרויסער וואונדער: א גאנצר פרישער דור איז שוין אויסגעוואקסן אן קענען זיין געשטאלט, אן זען זיין לעכטיג פנים אדער שפירן זיין ווארעמען הארץ, און דאך הערן זיך זיינע ניגונים אין יעדן ווינקל. מען הערט עס אין די ישיבות און ביי רעווא דרעווין אין בתי מדרשים, ביי די חסידישע חתונות אין מאה שערים, ארום דעם שבת טיש אין יעדע אידישע שטוב, און בפרט ביי קבלות שבת איבער די וועלט.

פילע מענטשן האבן פרובירט צו פארשטיין דעם סוד, אבער דער אמת'ער ענטפער איז פשוט: רבי שלמה האט קיינמאל נישט געמאכט קיין מוזיק פארן אייגענעם נאמען, ער האט נישט געזוכט צו זיין אין הייסן א מלחין אא"וו אדער נאכגעיאגט קיין כבוד. ער איז געווען א ריינער צינור וואס האט אראפגעברענגט ניגונים גלייך פונעם הימל, מתחת כנפי השכינה, און ער האט ארויסגעברענגט די אמת'ע נשמה אינעם ניגון.

זיינע ניגונים זענען געבוירן געווארן פון אן אמת'ן, טיפן אינערליכן קוואל – עפעס וואס איז שוין געווען אנגעגרייט פאר אונז אידן נאך מששת ימי המעשה. ער האט עס געזינגען מיט אהבת ישראל, תמימות און דביקות, וואס דאס ברעכט דורך אלע מחיצות און רעדט צו יעדן אידישן הארץ, אן קיין אונטערשייד וויאזוי א איד גייט אנגעטון אדער פון וואו ער קומט. און א זאך וואס קומט פונעם הארצן – בלייבט איינגעקריצט אויף אייביג און פארלירט קיינמאל נישט דעם חן.

דער לעצטער שמועס אין בארא פארק און די פטירה אויפן פליגער

די לעצטע שעה'ן פון רבי שלמה אויף דער וועלט האבן איבערגעלאזט אן אומגלויבליכע היסטארישע מעשה, וואס ווערט דא דאס ערשטע מאל אראפגעשריבן פונקטליך וויאזוי עס האט פאסירט, דירעקט פון די רעדאקציע פון "מוזיק וועלט" וואס האט אויסגעהערט דעם מקור, ר' יוסף (יוסל) וויינבערג פון בארא פארק.

דער שמועס האט פאסירט אין א לאנטשאנעט (קאפי שאפ) וואס פלעגט זיין אויף די 13'סטע עוועניו (1347) אין בארא פארק. ר' יוסל וויינבערג איז דארט געווען אינעם געשעפט און האט געהאלטן ביים ארויסוואקן, ווען פלוצימדיג איז רבי שלמה אריינגעקומען. רבי שלמה, ווי זיין גאנצע לעבן, האט אנגעהויבן באגריסן יעדן איינעם מיט אן אונטערגעזונגען און געגעבן א ווארעמע האנט פאר אלע מענטשן אינעם געשעפט.

ווען רבי שלמה איז צוגעקומען צו ר' יוסל וויינבערג און אים אויסגעשטרעקט די האנט, האט ר' יוסל זיך אפגעזאגט און נישט געוואלט געבן זיין האנט. ר' יוסל האט דאס נישט געטון סתם אזוי אין אן איילעניש, נאר עס איז ביי אים געווען א מחשבה קודמת למעשה – ער האט גוט איבערגעטראכט די זאך פאראויס פארן רעדן.

רבי שלמה האט זיך זייער געוואונדערט און אים געפרעגט אין ענגליש: "פארוואס ווילסטו מיר נישט געבן די האנט?" ר' יוסל האט אים אפגעפרעגט מיט כבוד און געבעטן רשות: "דו ביסט זיכער צי דו ווילסט אז איך זאל עס זאגן?" רבי שלמה האט א מינוט געטראכט און געגעבן רשות: "יא, קענסטו מיר זאגן."

דאן האט ר' יוסל אים געזאגט דעם פסוק: "אין שלום אמר ה'!" רבי שלמה האט געפילט א שווערע עקסטרעמע ווייטאג אינעם הארצן און געפרעגט מיט צער: "דו טוסט מיר זייער וויי, פארוואס זאגסטו אזוי?"

ר' יוסל האט אים נאכאמאל געפרעגט און פארזיכערט צי ער האט זיין רשות: "דו ביסט זיכער אז דו ווייסט איך זאל דיר זאגן פארוואס?" און ווען רבי שלמה האט נאכאמאל געגעבן רשות און געזאגט יא, האט ר' יוסל אים אריינגעקוקט אין די אויגן און געזאגט די ווערטער וואס האבן אויפגעטרייסלט זיין נשמה: "דו האסט געמאכט אזוי פיל בעלי תשובה איבער די גאנצע וועלט, אבער וואס איז מיט דיר אליין?"

רבי שלמה האט דאס טיף אריינגענומען אין הארצן. ער האט געקענט ר' יוסל זייער גוט פון פריער, און ער האט געזאגט מיט א צעבראכן קול: "דו טוסט מיר זייער וויי, פונדעסטוועגן וויל איך דו זאלסט מיר געבן די האנט. וואס דארף איך צו טון אז דו זאלסט מיר יא געבן די האנט?"

ר' יוסל האט אים געענטפערט פשוט: "זיי מקבל צו זיין א בעל תשובה, זיי עס מקבל אויף דיר יעצט."

ס'איז דא פארשידענע שמועות און גירסאות אין די וועלט ווי מענטשן פארציילן אז רבי שלמה איז געגאנגען אין א זייט וויינען און קלאגן, אבער ר' יוסל וויינבערג אליין שטעלט קלאר דעם אמת'ן פאקט: ער איז נישט געגאנגען אין קיין שום זייט! ער האט זיך גלייך אפגעשטעלט דארט אויפן ארט, אינמיטן דעם געשעפט, געטראכט מיט גרויס כוונה און גלייך קלאר ארויסגעזאגט: "יא, איך בין מקבל אויף מיר צו זיין א בעל תשובה!"

אין יענע מאמענט האט אים ר' יוסל געגעבן די האנט. רבי שלמה איז געווארן פלוצימדיג פול מיט אן אומערקלערליכע שמחה און צופרידנקייט, ער האט אונטערגעזונגען זיין באקאנטע "איי דא די דיי דיי דיי", און געזאגט פאר ר' יוסל: "איך בין אויפ'ן וועג צום פליגער, איך פאר קיין טאראנטו, קאנאדע." מיר וועלן זיין בקשר

ארום א שעה אדער אנדערהאלבן שעה שפעטער, ווען ר' יוסל איז שוין געווען צוריק אין זיין אפיס, האט אים א גוטער פריינד וואס איז אויך געווען דארט אינעם געשעפט (א חבר מיטן נאמען שלמה) געלאזט א מעסעדזש מיט גרויס בהלה. ריף מיר צוריק די וועסט נישט גלייבן וואס איך וועל דיר זאגן, ווען ר' יוסל האט אים צוריקגערופן, האט אים דער פריינד געזאגט מיט א צעבראכן קול: "דו וועסט נישט גלייבן וואס איז יעצט געווען... ער איז שוין נישטא. ער איז שוין אוועק."

ר' יוסל פילט היינט מיט א גאנצקייט אז ער איז נישט געווען סתם א מענטש דארט, נאר ער איז געווען אן אמת'ער שליח מן השמים צו זאגן דעי שווערע ווערטער פאר רבי שלמה אין די לעצטע מינוטן, אז א איד וואס האט אויפגעטון אזוי פיל זאל ארויסגיין מיט אן אמת'ע תשובה פון די וועלט.

דער ביטערער טאג איז געווען דאנערשטאג נאכט, ט"ז מרחשון תשנ"ה. רבי שלמה איז אנגעקומען קיין לאגווארדיע עראפארט און ארויסגעפלויגן, האלטנדיג אויפן וועג קיין טאראנטו קנאקעדיגע. ארום 5:00 אזייגער נאכמיטאג, ממש מאמענטן נאך דעם וואס דער פליגער האט זיך געהויבן, האט ער געכאפט די שווערע הארץ אטאקע.

א איד וואס איז געזעסן ממש נעבן אים אויפן פליגער האט שפעטער דערציילט אן אומגלויבליכע זאך: איידער די הארץ אטאקע האט פאסירט, האט ער נאך געשמועסט מיט רבי שלמה. אינמיטן דעם שמועס האט רבי שלמה ארויסגענומען זיין באקאנטע גיטאר און אנגעהויבן זינגען מיט אים א ווארעמען ניגון דביקות. ער האט דעמאלטס געזינגען דעם ניגון "חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו". קורץ נאכן ענדיגן דעם ניגון, ווען די הייליגע ווערטער פון באשעפער'ס רחמנות זענען נאך געווען אויף זיין לעצטן אטעם, איז זיין נשמה ארויס. די תלמידים האבן שפעטער געזאגט אז דאס איז געווען זיין אריינפיר ניגון זיך צושטעלן צום בית דין של מעלה, גלייך נאך די אמת'ע תשובה וואס ער האט מקבל געווען אויף אים אין בארא פארק.

די לוויה און די קבורה אין ארץ ישראל: די בשורה האט אויפגעטרייסלט די גאנצע אידישע וועלט. דעם קימנדיגע זונטאג צופרי, י"ט מרחשון, איז פארגעקומען די גרויסע לוויה אין אמעריקע פארנט פון זיין באקאנטער קארליבאך שול אויפן אפער וועסט סייד אין מאנהעטן, וואו טויזנטער מענטשן האבן פארפלאצט די גאסן מיט ביטערע טרערן. ביי די לוויה אין ניו יארק האבן אים מספיד געווען זיין צווילינג ברודער רבי אלי חיים קרליבך זצ"ל, און הגאון רבי שמואל יעקב שיינפעלד זצ"ל, ארויסברענגענדיג זיין געוואלדיגע גדלות אין תורה און זיין בלינדע אהבה צו יעדן איד.

גלייך נאך די לוויה דעם זונטאג נאכמיטאג, האט מען ארויסגעשיקט דעם ארון פונעם קענעדי עראפארט (JFK) קיין ארץ ישראל. דער פליגער איז אנגעקומען מאנטאג אינדערפרי, כ' מרחשון, און א ריזיגע לוויה איז ארויס אין ירושלים פון שמגר. דער איינציגער וואס האט אים דארט מספיד געווען מיט א צעבראכן הארץ איז געווען דער אשכנזישער רב, הגאון הרב ישראל מאיר לאו שליט"א, וואס האט ברבים געבעטן מחילה פארדעם וואס די וועלט האט אים נישט גענוג פארשטאנען ביי זיין לעבן. רבי שלמה איז געקומען לקבר ישראל אינעם בית החיים הר המנוחות אין ירושלים (חלקת הפרושים, גוש ג'), ווען די הונדערטער באטייליגטע באגלייטן אים אין דער ערד מיט הארציגע ניגוני דביקות און טרערן פון צער.

היינט צו טאגס, יארן שפעטער, זינגט ר' יוסף וויינבערג אליין אמאל זיינע ניגונים ביי מלוה מלכה, און ער איז שוין אפילו כמה פעמים ארויף ספעציעל צו זיין ציון הקדוש אין ירושלים אויף די יארצייט.

יהי רצון אז אלע הארציגע ניגונים און די ווארעמע געזאנגען וואס אידן זינגען איבער די גאנצע וועלט, זאלן זיין א הויכן קול פון תפילה און זיין א געוואלדיגע עליה פאר זיין לעכטיגע נשמה – הרה"ק רבי שלמה בן רבי נפתלי זצ"ל. זאלן די הייליגע תנועות וואס עפענען די הערצער פון כלל ישראל משפיע זיין א ליכטיגקייט אין הימל, און ער זאל זיין א גוטער בעטער פאר אונז אלעמען, ביז מיר וועלן זוכה זיין צו זינגען נאכאמאל מיט רבי שלמה ביי סעודת לויתן בביאת גואל צדק, עין בעין יראו בשוב השם את ציון במהרה בימינו אמן

Share