מוזיקוועלט — MusicVelt

א מאמע'ס געוויין

חיים הורוויץ און יצחק האניג מיט א נייע הארציגע סינגל "מאמע בעהט" לכבוד די יארצייט פון מאמע רחל

חיים הורוויץ און יצחק האניג מיט א נייע הארציגע סינגל "מאמע בעהט" לכבוד די יארצייט פון מאמע רחל
מוזיקוועלט רעדאקציעט' חשוון תשפ"זOct 20, 20265:30 PM

Mama Beit - Wav

לכבוד די יארצייט פון רחל אמנו (י"א חשוון), טוט דער באקאנטער בעל מנגן חיים הורוויץ ארויסגעבן א נייע, ווארימע סינגל אונטערן נאמען "מאמע בעהט", וואו ער זינגט אינאיינעם מיט'ן לעגענדארן קאמפאזאר יצחק האניג.

דער ניגון ברענגט ארויס דעם אייביגן געוויין פון מאמע רחל, וואס שטייט פאר'ן כסא הכבוד און לאזט נישט נאך צו בעטן אין וויינען פאר אירע קינדער, כלל ישראל. ווי דער ניגון טראגט כלל ישראל'ס תפילה: "מאמע רחל, בעט פאר אונז! בעט ביים אייבערשטן ער זאל שוין רחמנות האבן אויף כלל ישראל אין ברענגען די גאולה און אונז נעמען אהיים קיין ירושלים".

דער הארציגע ניגון איז קאמפאזירט געווארן דורך יצחק האניג אליין, מיט די ווארימע אידישע ווערטער פונעם באקאנטן שרייבער יצחק לונגר. אויף די גאנצע מוזיקאלישע ארבעט, די אראנזשמענטס און די מיקס, שטייט אונטער דער טאלאנטירטער מייסטער און מוזיק-אראנזשירער אברמי לונגר.

Share