הוא יגאלנו:
שלומי דאסקאל מיט א פרישע היט סינגל: "כ'קום שוין"

מוזיקוועלט רעדאקציעז' חשוון תשפ"זOct 18, 20267:00 PM
אודיא
דאונלאודשלומי דאסקאל - "כ'קום שוין" Mp3
אויפ'ן וועג צום חופה פון זיין זון, טוט דער באליבטער בעל מנגן שלומי דאסקאל ארויסגעבן א נייעם, לעבעדיגן ניגון "כ'קום שוין".
דער ניגון איז געבויט אויף די הייליגע הבטחה וואס דער באשעפער האט אונז צוגעזאגט אונז אויסצולייזן פון דעם לאנגן גלות, און איז ספעציעל געאייגנט אריינצוברענגען האפענונג און אמת'ע שמחה
די קאמפאזיציע איז א הערליכע קאלאבאראציע צווישן זיין זון יענקי דאסקאל און דעם באקאנטן קאמפאזער יצי וואלדנער. דער ניגון איז פראדוצירט געווארן דורך דעם טאלאנטפולן אברמי לונגר, וואס האט אריינגעבלאזן אין דעם פיל מיט ענערגיע, מאכנדיג די אלטע הבטחה פאר א פרישן און לעבעדיגן טאנץ-ניגון וואס וועט איבערנעמען די חתונות.

