וועלט באקאנטע זינגערס און די מוזיק וועלט צו וויילן ראש השנה אין אומן
מוזיקוועלט רעדאקציע · 9 Sept 2026, 23:20

עס ווערט באקאנט אז גרויסע בעלי מנגנים פון אמעריקע זענען ערווארטעט צו זיין אויף ראש השנה אין אומן.
וועלט-בארימטער בעל מנגן רבי ליפא שמעלצער, וועלכער דאווענט געווענליך אין בארא פארק, איז אינטערוועגנס קיין אומן.
ווי אויך ווערט באקאנט אז דער אויפגעכאפטער זינגער שרולי גרין, וועלכער שטאמט פון א סקווערער משפחה, וועט אויך זיין אין אומן ראש השנה, זיין צוויי מאל אינאיינעם מיט זיין מענעדזשער זישא סורקיס.
שרולי געבט איבער צום מוזיק וועלט: זיין ערשטע מאל איז געווען אין שנת תשע"ד באלד 14 יאר צוריק
אזוי אויך דער לאנג-יעריגער בעל תפילה רבי בערי וועבער וועט אויך זיין דאס יאר אין אומן, נאכדעם וואס די לעצטע יארן פלעגט ער פארן צום קיבוץ פון רבו ומאורו הגאון הצדיק המקובל האלוקי רבי יצחק מאיר מארגענשטערן שליט"א.
ובעד עמך רחמים שאלו. באקאנטער זינגער און אומנער בעל תפילה רבי אברהם מרדכי שווארץ געפינט זיך שוין אין אומן לקראת ראש השנה, וואו ער וועט צוטרעטן צום עמוד אלס בעל תפילה מוסף ביים גרויסן מנין שע"י הכנסת אורחים היכל יחיאל מיכל, בראשות רבי שלמה פעדר שליט"א. אלס בעל תפילה שחרית וועט צוטרעטן צום עמוד דער חסידישער זינגער דוד בערגער.
זיין ענערגיע שפירט מען איבעראל, ווען מען זעט קלמי שווארץ אין אומן ווייסט מען אז דא גייט מען טאנצן עד לב השמיים.
די שכינה אליין מיט די גאנצע פאמיליע קומען צו גיין; דער באקאנטער בעל מנגן דוד פעדר, וועלכער האט ארויסגעגעבן דעם אלבום שכינה, איז אויך געקומען קיין אומן ראש השנה.
צו זיין צענטן יאר טוט דער באקאנטער מאטי אטיאס מודיע זיין אז ער געפינט זיך שוין אין אומן לקראת ראש השנה הבעל"ט, צייכענענדיג 10 יאר זינט דאס ערשטע יאר.
עס ווערט באקאנט אז דער בארימטער זינגער פון ארץ ישראל שוקי סלמון וועט נישט קומען דאס יאר, צוליב געוויסע זאכן וואס מאכן עס אוממעגליך ער זאל אנקומען.

