א מוזיקאלישע צוואה ברענגט מיכאל צוריק צום לעבן
"ס'זאל גוט זיין פאַר אידן!": רבי מיכאל שניצלער זצ"ל און בענצי שטיין אין א נייעם הארציגן סינגל "מיכאל'ס צוואה"

VID-20261101-WA0231.mp4
שטייענדיג שוין באלד פיר יאר זייט די פטירה פונעם לעגענדארן בעל מנגן רבי מיכאל שניצלער זצ"ל, ערשיינט א הערליכע נייע ניגון "מיכאל'ס צוואה". דער ניגון ווערט געזונגען דורך רבי מיכאל זצ"ל אליין, באגלייט מיט דעם באקאנטן זינגער און קאמפאזיטאר בענצי שטיין, וועלכער האט נאך בחייו פונעם רבי מיכאל קאמפאזירט דעם ניגון און עס אים געוויזן. רבי מיכאל האט עס דעמאלטס רעקארדירט, אבער דער ניגון איז פארבליבן אינעם לעדל. שפעטער איז עס געווארן געזונגען דורך דעם בעל מנגן משה דוד ווייסמאנדל מיט מענדי הערשקוויטץ און די ידידים קווייער.
דעם פארגאנגענעם חול המועד סוכות האבן זיך צאם גענומען אפאר טויזנט אידן צום גרויסן "מיכאל'ס ניגון פארברענג" אין בנייני האומה אין ירושלים, וואו עס האבן געזונגען די גרעסטע בעלי מנגנים ווי ליפא שמעלצער, בערי וועבער, משה דוד ווייסמאנדל, מוטי וויזל, און בענצי שטיין.
אין א גאר הארציגן מאמענט האט בענצי שטיין געזונגען דעם ניגון, ווען אויף די גרויסע סקרין שפילט א ווידעא געמאכט דורך AI טעכנאלאגיע וואו עס קוקט אויס ווי רבי מיכאל אליין זינגט דעם ניגון: "ס'זאל גוט זיין פאר אידן!". די טרערן פון בענקשאפט האבן זיך געגאסן פון די אויגן פונעם עולם, ספעציעל ווען משה דוד ווייסמאנדל האט געזונגען דעם ניגון לייוו אינאיינעם מיט רבי ליפא שמעלצער, וואס האט צוגעלייגט שיינע גראמען.
די רייכע קאפעליע קווייער אינאיינעם מיט די שיינע מוזיק פונעם שפילער יענקי לאנדא וואס האט באגלייט דעם גאנצן אוונט, האבן איבערגעלאזט א טיפן רושם און געמאכט דעם ניגון "מיכאל'ס צוואה" א ירושה וואס וועט געהאלטן ווערן לדורות הבאים

