מוזיקוועלט — MusicVelt

לאמיר טאנצן:

שמילי שטיינמעץ און 'ידידים' קווייער הייבן די מוזיק וועלט מיט א פרישן חתונה-היט - "ענבי הגפן"!

שמילי שטיינמעץ און 'ידידים' קווייער הייבן די מוזיק וועלט מיט א פרישן חתונה-היט - "ענבי הגפן"!
מוזיקוועלט רעדאקציעו' חשוון תשפ"זOct 17, 20269:05 PM

Invay Hagefen - Mp3

אין א מזל'דיגע און געהויבענע שעה, ווען חתן וכלה דערגרייכן דעם גליקליכן מאמענט פון שליסן דעם שידוך און טרעטן אונטער די חופה, און די שמחה ביי די משפחה און חברים קומט אהן עד לב השמים.

לכבוד די אלע נייע חתנים און כלות אין כלל ישראל, און ספעציעל לכבוד די גרויסע שמחת החתונה פון דער טאכטער פון הנגיד עוזר אובלענדער, ערשיינט א פרישער, הערליכער און ענערגישער סינגל אונטערן נאמען "ענבי הגפן". דער ניגון איז קאמפאזירט געווארן דורך דעם לעגענדארן קאמפאזיטאר (און פעטער פון די כלה) ר' מיכל אובלענדער.

דער סינגל ווערט געזונגען מיט א שטארקן, ענערגישן און הארציגן קול דורך דעם באקאנטן בעל מנגן פון לאנדאן שמילי שטיינמעץ, וועלכער ברענגט ארויס דעם ניגון מיט אן אומגלויבליכע לעבעדיגקייט וואס וועט גלייך מיטנעמען די צוהערער אריין אין טאנץ. אין באגלייט דער רייכער און פראפעסיאנעלער וועלט-בארימטן 'ידידים' קווייער.

אויף די מוזיקאלישע ארענזשירנונגען און די פראכטפולע פראדוקציע זענען געשטאנען די צוויי טאלאנטן מוישי אולחוב און חיים דייטש, וועלכע האבן באשאפן א דבר השלם – א מוזיקאלישע ניגון וואס איז גרייט צו ווערן דער קומענדיגער הויפט היט ביי אלע שמחות אין כלל ישראל.

הערט און האט הנאה!

Share