לכבוד יום טוב:
חילי לאנדמאן מיט א פרישן קאווער אויף "וטהר ליבנו"

מוזיקוועלט רעדאקציעי"ג תשרי תשפ"זSep 24, 20268:45 PM
אודיא
דאונלאודחילי לאנדמאן - וטהר ליבנו - mp4
חילי לאנדמאן פרישט אויף "וטהר ליבנו" אלס א ווארעמע הכנה צו די מצוות פונעם יום טוב עטלעכע מינוט פארן יום טוב קומט אריין,
ווען יעדער גרייט זיך שוין אריינצוברענגען די הייליגע טעג מיט אן ערנסטקייט, האט דער באקאנטער זינגער חילי לאנדמאן ארויסגעלאזט א פרישן, קנאקעדיגן קאווער אויפן באקאנטן היט "וטהר ליבנו". פין שמוליק קליין אין אברומי שטרנפלד
דאס מאל קומט דער ניגון מיט א ספעציעלן געדאנק: א לעבעדיגע און פייערדיגע הכנה צו די גרויסע מצוות פונעם יום טוב. חילי נעמט דעם הארציגן ניגון און לייגט אריין דערין די טיפע כיסופים און די אמת'ע שמחה צו די הייליגע מצוות – פון זיצן אונטערן צל צילא דמהימנותא אין די סוכה, ביזן הייבן די ד' מינים מיט א ריינעם הארץ און אן ערלעכן געפיל.

