מוזיקוועלט — MusicVelt

א אלטער ניגון אין א פרישן לבוש:

חיים פרוינד מיט א שיינע נייעם ווידאו "א סוכה'לע"

חיים פרוינד מיט א שיינע נייעם ווידאו "א סוכה'לע"
מוזיקוועלט רעדאקציעי"ט תשרי תשפ"זSep 30, 202612:44 AM

A Sukkaleh - Mp3

לכבוד יום טוב סוכות, לאזט דער באקאנטער זינגער חיים פרוינד ארויס א שיינעם און האַרציגן ווידאו פארן באקאנטן אלטן אידישן ניגון "א סוכה'לע" (וואס אברהם רייזען האט געשריבן אויף אן אלטן פאלקס-ליד).

דער ניגון רעדט וועגן א קליין, פשוט סוכה'לע וואס שטייט אינדרויסן אין די קעלט, און די שטארקע ווינטן ווילן אויסלעשן די ליכט אין איר. דאס איז א טיפער משל אויף דעם אידישן פאלק אין גלות, וואס היט אפ די אמונה טראץ אלע שוועריקייטן, און יעדער ווארט און האפט אויף די גאולה און אויף דעם "הרחמן הוא יקים לנו את סוכת דוד הנופלת".

דער גרעסטער חידוש פונעם פראיעקט איז דער ספעציעלער קליפ, וואס איז א קליינע וועלט געמאכט גאנץ פון פאפיר אויסגעשניטן מיט דער האנט (Hand-made Animation). הינטער דעם שיינעם געדאנק און די אנימאציע שטייט דער קונסטלער לוי קליין, וואס האט געגעבן פארן אלטן ניגון א נייעם און שיינעם אויסזען, אבער איבערגעלאזט דעם אלטן היימישן טעם.

Share