געציילטע שעות צום גרויסן טאג:
יענקי ווילגער שטורעמט די מוזיק וועלט מיט דעם ספעציעלן ימים נוראים סינגל "יום הדין"
מוזיקוועלט רעדאקציע · 10 Sept 2026, 10:30

Yom HaDin - Master.mp3
געציילטע שעות פארן יום הדין, טוט דער זיסער שטימע יענקי ווילגער ארויסגעבן א קורצן און הארציגן ניגון, 'יום הדין', וואס איז אריגינעל געזונגען געווארן דורך מוטי וויזל און נמואל.
אין דער צייט וואס מען האלט אינמיטן די לעצטע הכנות פארן נייעם יאר און מען גרייט זיך צו די געהויבענע תפילות פון ראש השנה, קומט ארויס דער בעל מנגן מיט דעם זיסן קול, יענקי ווילגער, און פרעזענטירט א פרישע און ספעציעלע קאווער פארן שיינעם ניגון 'יום הדין'.
ווען דער בעל תפילה טרעט צו צום עמוד, איז אונזער האפנונג אז זיינע תפילות זאלן רייסן וועלטן און בעטן דעם באשעפער ער זאל אויסהערן אונזער געבעט און אונז שענקען א זיס און געבענטשט יאר. יהי רצון אז די תפילות פון כלל ישראל זאלן שטורמען די הימלען, און מיר זאלן אלע זוכה זיין אריינגעשריבן און פארחתמעט צו ווערן אינעם ספר החיים – פאר א יאר פון געזונט, שמחה, שפע און כל טוב."

