אחדות דורך די גרעסטע זינגערס!
"אפריון" ברענגט די גרעסטע לייבן אויף איין סטעידזש!
מוזיקוועלט רעדאקציע · 8 Sept 2026, 07:53

אפריון - mp3
די מוזיק-וועלט קאכט איבער "אפריון" – א היסטארישער פראיעקט וואס די וועלט האט נאך נישט געזען! 'פריילאך בענד' ברענגט צאם די דריי ריזן בערי וועבער, מוטי שטיינמץ, און זאנוויל וויינבערגער, אינאיינעם מיט 'שירה קווייער'.זיי לייגן אראפ א קעניגליכן מעדלי פון 5 הערליכע ניגונים געבויט אויף די קאמפאזיציעס פין רבי אנטשל פרידמאן.
די היימישע מוזיק-וועלט איז איבערראשט איבער דעם פרישן, העכסט-רייכן פראיעקט "אפריון" – א היסטארישע צוזאמענקונפט וואס די וועלט האט נאך אלס נישט געזען. דאס איז א געוואלדיג שטיק ארבעט וואו די בארימטע 'פריילאך בענד' פאראייניגט די דריי גרעסטע בעלי מנגנים באחדות אונטער איין דאך: בערי וועבער, מוטי שטיינמץ, און זאנוויל וויינבערגער.
דער גאנצער מעדלי איז געבויט אלס א קרוין פאר די הערליכע ניגונים פונעם באליבטן מלחין בחסד עליון רבי אנטשל פרידמאן, וועמענס הארציגע מעלאדיעס זענען געווארן וועלט-באקאנט דורכן חסידישן זינגער אברהם מרדכי שווארץ און ווערן געזונגען מסוף העולם ועד סופו. די דריי ריזן האבן אויסגעקליבן גענוי 5 קנאקעדיגע ניגונים וואס זענען ערשינען אויף די לעצטע צוויי גאר בארימטע אלבומס פון די לעצטע יארן, "הייליגע שעפלעך" און דעם אלבום "אפריון" – נאך וועלכן דער גאנצער פראיעקט טראגט זיין נאמען.
צו מאכן דעם פראיעקט א דבר השלם און אראפלייגן די קולות מיט א זעלטענעם געשמאק, האט זיך דער וועלט-בארימטער 'שירה קווייער' אויך אנגעשלאסן צום מעדלי. די מעכטיגע פראדוקציע פונעם ווידעא, די זיסע מוזיקאלישע ארענזשמענטס פון פריילאך בענד, און די אומגלויבליכע אחדות פון די זינגערס ברענגען א זעלטענע קאמבינאציע וואס גייט בלייבן אנגעצייכנט אלס א היסטארישע צוזאמברענג אין די מוזיק וועלט!

