מוזיקוועלט — MusicVelt

מינוטן איידער דער מצווה טאנץ:

דער בדחן און זינגער יענקי גערטנער מיט א פרישן מעדלי "תפילת חתן וכלה"

דער בדחן און זינגער יענקי גערטנער מיט א פרישן מעדלי "תפילת חתן וכלה"
מוזיקוועלט רעדאקציעכ"ז חשוון תשפ"זNov 7, 20267:00 PM

Tefilas Chosson V'Kallah - mp4

די וועלט פון בדחנות נעמט אויף מיט גרויס התרגשות א פרישן מעדלי אונטערן נאמען "תפילת חתן וכלה", דורך דעם באקאנטן זינגער און בדחן יענקי גערטנער, וואו ער רופט אויס דעם חתן און די כלה צום דערהויבענעם מעמד המצווה טאנץ.

אין די לעצטע רגעים פון א חתונה, שוין שפעט ביינאכט, טוט דער בדחן אויסרופן צום מצווה טאנץ די קרובים, ידידים און די פארבליבענע אידן אינעם זאל. צום הויך-פינקט פונעם נאכט, רופט מען אויס דעם חתן און די כלה מיט ווארעמע חרוזים און גראמען, כדי מעורר צו זיין דאס יונגע פאָר מתפלל צו זיין אין די הייליגע רגעים פאר א לעבן פון שלום בית, געזונט, פרנסה, ערליכע קינדער און נחת. דאס זענען די מינוטן וואו זיי בעטן זיך אויס אלעס וואס זיי דארפן, איידער זיי גייען אהיים בויען א לעכטיגע אידישע שטוב אנגעפילט מיט אהבה, אחווה, שלום ורעות, אז זייער נייער לאנגער געמיינזאמער וועג זאל זיין גרינג און אן קיין שום צער.

אין די דאזיגע עת רצון, ווען דער חתן און די כלה האבן אן עקסטרע כוח אויסצוברענגען תפילות, נעמען זיי די צייט אויך צו געדענקען און מתפלל זיין פארן כלל. זיי בעטן אז די שכינה הקדושה זאל זיך שוין צוריקטרעפן מיט כנסת ישראל, און דער רבונו של עולם זאל אונז אלע אהימפירן קיין ירושלים עיר הקודש בקרוב.

Share

קאמענטארן