מוזיקוועלט — MusicVelt

א בליק אריין אין "מחדש" – דער נייער אלבום פונעם וועלט-בארימטן זינגער בערי וועבער

א בליק אריין אין "מחדש" – דער נייער אלבום פונעם וועלט-בארימטן זינגער בערי וועבער
מוזיקוועלט רעדאקציעב' כסלו תשפ"זNov 12, 202612:32 PM

אזוי ווי מיר האבן שוין געשריבן אין דעם פריערדיגן ארטיקל אויף "מוזיק וועלט", איז דער אלבום שוין דער 11טער אלבום פון בערי: 5 אריגינעלע אלבומען, און 5 פארברענג און קאלעקשן אלבומען. דערמיט האט זיך פארשלאסן אן עפאכע אין בערי'ס קאריערע נאכן זינגען פאר 19 יאר, אבער פון דא אן הייבט זיך אן א נייער קאפיטל, וואו בערי ברענגט עפעס פריש צום טיש – "מתחיל מחדש".

א פרישן קול און א נייער געשמאק צו מוזיק. נייע, טאלאנטפולע היינטיגע אראנזשירער ווי יענקי שטיינמעץ און ליפא ברוינער, אבער עס בלייבט נאך אלץ מיט א טעם פון אמאל, ארבעטנדיג מיט נפתלי משה שניצלער און הערשי וויינבערגער, וועלכע האבן געהאט א חלק אין בערי'ס פריערדיגע אלבומען. טאקע דערפאר פרעגן מענטשן: "וואס פאר אן אלבום איז דאס ? מיר האבן קיינמאל נישט געהערט דעם סטייל!". אבער ווען מען הערט דעם אלבום אפאר מאל, הייבט מען אן כאפן אז דא ליגט מלא חידושים. עס זענען דא ווארעמע "משה גאלדמאן-סטייל" ניגונים ווי "אתה יודע", "רפאינו", און "בערגעלע", צוזאמען מיט היינטיגע, מאדערנע ניגונים ווי למשל "שאלעשידעס" און נאך. נישט אלעמאל הערט מען דעם מעסעדזש פונעם ניגון גלייך; עס נעמט א פאר מאל ביז מען כאפט: "איין מינוט, עפעס איז גוט דא, איך האב ליב וואס איך הער!".

אסאך מענטשן האבן געפרעגט די "מוזיק וועלט" רעדאקציע וואס אונזער מיינונג איז אויפן אלבום. אבער איידער מיר האבן נישט געהערט דעם אלבום גוט און פארשטאנען דעם באדייט פון רוב ניגונים, האבן מיר זיך צוריקגעהאלטן פון געבן א מיינונג. און אפילו וואס מיר שרייבן יעצט, איז נאר דער בליק ווי אזוי מיר זעען עס – מיר זענען נישט דא, חלילה, עס צו מאכן אויסקוקן ביליג אדער וויי טון עמיצן וואס האט געהאט א חלק אין דער עבודת הקודש פון ברענגען גוטע מוזיק פאר דער היימישער מוזיק-וועלט.

לאמיר אריינגיין און כאפן א קליינעם בליק אויף די ניגונים פונעם אלבום:

1. מחדש (דער שיר הנושא פונעם אלבום)

אזוי ווי עס איז באקאנט, איז בערי א דורכגעווייקטער ברסלב'ער חסיד און זוכט צו ברענגען די ווערטער פונעם צדיק יסוד עולם, רבי נחמן מברסלב, צו דער וועלט, דורך זיין מתנה פון הימל וואו ער זינגט פאר כלל ישראל אלס א מנגן בחסד עליון – אן אמת'ער "נעים זמירות ישראל". בערי ברענגט נאך די ווערטער פון חיי מוהר"ן (אות תנ"ד): "חייב אדם להתחיל מחדש, תמיד מתחיל וחוזר ומתחיל". יעדער מענטש גייט דורך שוועריקייטן ברוחניות ובגשמיות, קומט רבי נחמן און איז אונז מגלה: "ר' איד, הייב אן פון פריש! נישט קיין חילוק וואס איז געווען, זיי דיר נישט מייאש, הייב אן פון דאס ניי!".

דער ניגון איז קאמפאזירט געווארן דורך בערי צוזאמען מיט הערשי וויינבערגער, און עס ברענגט א גאר געשמאקן געפיל פון פרישקייט. די ווערטער מיטן ניגון גייען האנט אין האנט און עס האט די ריכטיגע השפעה. דער ניגון איז אראנזשירט געווארן דורך אן אמת'ן חידוש אינעם עולם הנגינה – יענקי שטיינמעץ, וועלכער איז א ריכטיגער "המחדש בטובו בכל יום תמיד". ער ווערט יעדן טאג בעסער און שטערקער, און אין יעדן אידישן פראיעקט וואו ער נעמט א חלק, ברענגט ער א פרישן חידוש.

2. אנחמכם

דער נביא ישעיהו שרייבט אין פסוק: "כאיש אשר אמו תנחמנו כן אנכי אנחמכם". א מענטש וואס גייט דורך שוועריקייטן און זוכט א נחמה, גייט ער צו זיין מאמע, און די מאמע נעמט ארום דאס קינד און טרייסט אים אין זיינע שווערע צייטן. די זעלבע זאך זאגט אונז דער באשעפער: "אנכי אנחמכם" – איך טו אייך אויך מנחם זיין. דער ניגון ענדיגט זיך מיט דער תפילה: "והראנו ה' בנחמת ציון עירך" – אז דער באשעפער זאל אונז שוין געבן א נחמה, זאל ער אונז ווייזן די נחמה פון זיין שטאט ציון און דעם אויפבוי פון ירושלים עיר הקודש, אז דער בית המקדש השלישי זאל שוין געבויט ווערן, און דאס וועט זיין אונזער אמת'ע נחמה.

דער ניגון איז געמישט אין לשון קודש מיט ענגליש. ווי בערי גיט איבער אויפן שמועס מיט פיני ראב פון "לעיטעסט טאלקס" (Latest Talks), האט זיין טאכטער געשריבן די ענגלישע ווערטער. קאמפאזירט דעם ניגון האט יענקי שטיינמעץ, אין מיט דעים ניגון האט בערי אפגעמאכט צו ניצן יענקי פארן אלבום ווי ער האט געמאכט די מוזיקאלישע אראנזשירונגען אויף דעים ניגון, וואו ער ברענגט ארויס דעם ניגון זייער שיין, קלאר און הארציג – א ניגון וואס מען קען הערן און באקומען אן אמת'ע נחמה.

3. ותמיד (ואני בעודי)

דער ניגון איז געבויט אויף די הייליגע ווערטער פון תהילים, וואו דוד המלך זאגט מיט התלהבות: "וַאֲנִי בְּעוֹדִי אֲהַלְּלָה בוֹרְאִי, וְתָמִיד נְסַפֵּר תְּהִלָּתֶךָ וּנְהַלֵּל לְשֵׁם תִּפְאַרְתֶּךָ" – כל זמן איך לעב, וועל איך לויבן דעם אויבערשטן וואס האט מיך באשאפן, און מיר וועלן אייביג דערציילן ווי גרויס און גוט דו ביסט, און לויבן דיין הייליגן און שיינעם נאמען.

דאס איז אן עכטער, הארציגער חסידישער ניגון, וואס ווען מען טראכט אריין אין דעם טייטש פון די ווערטער, קען מען זיך הייבן עד לב השמים. עס איז א פרייליכער און דערהויבענער ניגון וואס הייבט – און וועט נאך הייבן – טויזנטער אידישע קינדער בעת זמן שמחה.

דער ניגון איז קאמפאזירט געווארן דורך הערשי וויינבערגער, וועלכער האט א ריכטיגן חסידישן טעם, און דער מייסטער יענקי שטיינמעץ האט עס גענומען און ארויפגעלייגט אויף א גאלדענעם טאץ מיט א געשמאקן אראנזשירונג וואס איז רייך און זייער באקוועם צו הערן. באגלייט מיט א שיינעם קווייער פון צאלי גאלד, ווערט עס א ניגון וואס ברענגט ארויס דאס הארץ צו דאנקען און לויבן דעם רבונו של עולם.

4. רפאינו

א נושא וואס רעדט צו יעדן אידישן הארץ. עס זענען דא אזוי פיל חולי ישראל, און יעדער מענטש קען א פאר נאנטע וואס דארפן א רפואה. דער ניגון קומט אריין מיט א שטארקער ווארימקייט וואס נעמט איבער דאס הארץ און די געפילן.

דער ניגון איז קאמפאזירט געווארן דורך בערי אליין. ווי ער פארציילט, איז ער געווען באזוכן חולי ישראל אין מאנהעטן, און ווען מען גייט אריין אין די שפיטעלער און מען זעט אידן ליגן על ערש דווי און ווארטן אויף א רפואה, מאכט עס א שטארקע השפעה אויפן מענטש. ווען בערי איז ארויס פון שפיטאל, האט ער פארפאסט דעם ניגון וואס איז ארויס פון א צובראכן הארץ וואס בעט א תפילה פאר חולי ישראל.

ער האט גענומען די הייליגע ווערטער פון שמונה עשרה – "רפאנו ה' ונרפא" – און הערשי וויינבערגער האט צוגעלייגט הארציגע אידישע ווערטער, אז דער רבונו של עולם איז דער דאקטער וואס היילט און טרייסט אונז אלעמאל און גיט אונז לעבן. טאקע דערפאר ווערט עס אן אמת'ע תפילה אז דער רבונו של עולם זאל אויסהיילן אלע חולי ישראל.

די מוזיקאלישע באארבעטונג (טריטמענט) איז געמאכט געווארן דורך נפתלי משה שניצלער צוזאמען מיט יענקי שטיינמעץ, באגלייט מיט א רייכן קווייער דורך יוסי גליק פון "שבח סטודיו". דער ניגון וועט נאך רייסן וועלטן און פועל'ן רפואות וישועות פאר כלל ישראל.

5. לב אל המעיין

אזוי ווי מיר האבן שוין דערמאנט פריער, איז בערי מורא'דיג פארבונדן מיט דער תורה פון רבינו נחמן מברסלב זצוק"ל. ווען דער באקאנטער מלחין אלחנן אלחדד האט אים צוגעשיקט דעם ניגון, וואס איז געבויט אויף דער בארימטער מעשה פון די "זיבן בעטלערס" אין רבי נחמן'ס ספר "סיפורי מעשיות" (דער משל פונעם הארץ און דעם קוואל), האט עס גלייך געטראפן א טיף ארט ביי בערי'ן.

דער מעסעדזש פונעם ניגון רעדט וועגן דער טיעפער בענקשאפט וואס יעדע אידישע נשמה פארמאגט: דאס הארץ שטייט און קוקט ארויס מיט א שטארקע כיסופין צום "מעיין" – דער לעבעדיגער קוואל וואס פליסט כסדר. דאס מיינט דער צדיק אדער דער רבונו של עולם אליין. א מענטש בענקט צו זיין נאנט צום באשעפער, צו זיין אמת'ן שורש – א בענקשאפט צו א הויכע, רוחניות'דיגע זאך וואס מען קען נישט אנרירן מיט די הענט, נאר פילן טיף אין הארצן.

אלחנן אלחדד האט דא אריינגעלייגט א ווארעמע און הארציגע מעלאדיע וואס ברענגט ארויס אט דעם געפיל פון כיסופין און התעוררות. די מוזיקאלישע אראנזשירונגען איז געמאכט געווארן דורך דעם מייסטער שמואל כהן, וועלכער האט אריינגעלייגט א ספעציעלן נשמה אין דעם ניגון. כדי צו ברענגען די אמת'ע אטמאספערע, איז ער טאקע געגאנגען צו אן אמת'ן "מעיין" (קוואל) און רעקארדירט די קולות פון דעם פליסנדן וואסער ספעציעל פאר דעם ניגון – ווי מען קען טאקע הערן גלייך אין דער מוזיק, וואס גיט צו אן אויטענטישן און לעבעדיגן טעם צום גאנצן ניגון. בערי זינגט עס מיט זיין גאנצן הארץ און געפיל, אזוי אז יעדער צוהערער קען מיטפילן די טיעפע בענקשאפט פונעם הארץ צום מעיין.

המשך בקרוב

Share

קאמענטארן