שוכן עד מיט א לעבעדיגן טעם
שוכן עד: דער נייער שטורמישער חתונה-ניגון פון יושע גפן איז שוין דא!

Shichein Ad - Mp3
דער בארימטער און טאלאנטפולער זינגער יושע גפן האט אפיציעל ארויסגעגעבן זיין נייעם און הויך-ערווארטעטן ניגון מיט'ן נאמען "שוכן עד", וועלכער ברענגט אריין א פרישן שטראם פון ענערגיע און שמחה אין דער חסידישער מוזיק-וועלט.
דער ניגון, וועלכער איז קאמפאזירט געווארן דורכ'ן הארציגן זינגער און בדחן מאטי אילאוויטש און פראדוצירט געווארן דורכ'ן בארימטן פראדוצירער אברומי לונגער, איז געשריבן געווארן ספעציעל צו אויפהייבן דעם ציבור ביי שמחות חתן וכלה.
עס הייבט זיך אן מיט א ווארימען, הארציגן קלאנג אויפ'ן פסוק "כל עצמותי תאמרנה ה' מי כמוך", וואס ציט אריין דעם צוהערער מיט טיפן געפיל. גלייך דערנאך ברייטערט זיך דער ניגון אויס צו א שטורמישן, לעבעדיגן דענס-ריטם, וואס פארבינדט די ווערטער פונעם פסוק מיט הארציגע אידישע ווערטער: "אידן לאמיר צוגיין צו שוכן עד, לאמיר לויבן דעם פון אויבן, מרום וקדוש" – כל עצמותי תאמרנה, מיט אלע ביינער שפרינגען און גרייכן דעם פון אויבן!

