מוזיקאלישע דרשה געשאנק
שמילי לאנדא ערשיינט מיט א ספעציעלן נייעם EP אלבום לכבוד זיין חתונה, מיט חיים הורוויץ, שרולי גרין, ארי סאמעט, שייע גרוס און מקהלת רוממו

All streaming platforms
דריקט דא פארן גאנצע אלבוםלכבוד זיין חתונה וואס קומט פאר די וואך, האט זיך שמילי לאנדא פאראייניגט מיט א שיינע רייע זינגערס — חיים הורוויץ, שרולי גרין, ארי סאמעט און שייע גרוס — אינאיינעם מיט מקהלת רוממו, ארויסצוגעבן א נייעם, ספעציעלן EP אלבום אנגעפילט מיט שמחה, ווארעמקייט און לעבעדיגקייט.
ניגון 1: "לשמוח"

געזונגען דורך שמילי לאנדא מיט חיים הורוויץ | קאמפאזירט דורך ר' אנשיל פרידמאן (לכבוד די בר מצווה פון זיין אייניקל) | מוזיק פראדוקציע: לעזר לאנדא
לשמוח איז א הארציגע לעבעדיגע ניגון מיט א פשוט'ן און שטארקן מעסעדזש: רבי נחמן מברסלב לערנט אונז אז דער עיקר תשובה איז צו זיין שטענדיג פרייליך מיט'ן אויבערשטן, נישט קיין חילוק וואו מיר זענען אדער וואס עס גייט אריבער אויף אונז. דער ניגון ברענגט ארויס דעם אמת'ן געפיל פון הכרת הטוב און איז דער פאסיגסטער ניגון צו פראווען די גרויסע שמחה.
ניגון 2: "יגדל"

געזונגען דורך שמילי לאנדא, שייע גרוס, ארי סאמעט און מקהלת רוממו | קאמפאזירט דורך בלומשטיין ברודערס (TYH) | מוזיק פראדוקציע: משה יעקאב און שמילי לאנדא
יגדל איז א הערליכע, לעבעדיגע חסידישע ניגון אויף די ווערטער "ישישו וישמחו כל מבקשיך". ווען די שטימען פון שייע גרוס, ארי סאמעט און מקהלת רוממו קומען זיך צוזאם, כאפט עס אריין דעם געפיל ווי משפחה און פריינט פרייען זיך אלע צוזאמען מיט די גרויסע שמחה.
ניגון 3: "אדרבה"

געזונגען דורך שמילי לאנדא | ווערטער: מוישי יעקב און שייע גרוס | מוזיק פראדוקציע: נחמיה
אדרבה איז א הארציגע תפילה, א ניגון וואו שמילי בעט דעם אויבערשטן אז מיר האבן שוין גענוג געליטן, און יעצט איז די צייט אנצוהייבן פון פריש און אונז געבן אלעס גוטס וואס מיר דארפן. בפרט יעצט ווען שמילי הייבט אן א נייע קאפיטל אין לעבן, בעט ער דעם אויבערשטן ער זאל זיי בענטשן מיט אלעס גוטס.
ניגון 4: "אשר ברא"

געזונגען דורך שמילי לאנדא מיט שרולי גרין | קאמפאזירט דורך שרולי גרין | מוזיק פראדוקציע: נחמיה און שמילי לאנדא | ספעציעלע דאנק: זישא סורקיס
מיט בלויז אפאר שעות פאר שמילי'ס חופה, קומט שרולי גרין אריין פאר'ן לעצטן ניגון "אשר ברא" פון דעם פראיעקט — א געוואלדיגע ניגון וואס שרולי האט אליין קאמפאזירט און איז ארויסגעברענגט געווארן דורך שרולי'ס פראדוסער זישא'לע. געשטעלט אויף די פאסיגע ווערטער וואס מען זאגט אונטער די חופה, בענטשט עס דעם חתן כלה מיט א לעבן פול מיט ליבשאפט און שמחה.
מזל טוב!

