היינט איז ערשינען דער ערשטער אלבום פון לייבי מאשקאוויטש, "הייליג"!

מוזיק וועלט רעדאקציעי"ב כסלו תשפ"זNov 22, 20267:17 AM
נאך לאנגע מאנאטן פון ערווארטונג אין דער אידישער מוזיק וועלט, האט דער באליבטער בדחן, קאמפאזיטאר און זינגער לייבי מאשקאוויטש היינט ארויסגעגעבן זיין ערשטן און שפאגל-נייעם דעביוט אלבום מיטן נאמען "הייליג".
אין זיינע ווארימע דאנק-ווערטער אויפן אלבום-בוקלעט, וואו ער באדאנקט זיך פאר די פילע מענטשן וואס האבן מיטגעהאלפן צו ברענגען דעם פראיעקט צו דער וועלט, שטייט אויך א ספעציעלער דאנק פאר אונזער אייגענעם:*"מאטי אטיאס - מוזיק וועלט"* דאס איז א שיינער צייכן פון הכרת הטוב פאר די שטיצע, פובליסיטי און באגלייטונג דורך די פלאטפארמע פון "מוזיק וועלט", וועלכע האלט כסדר מיט און ברענגט ארויס די פרישע נייעס און שאפונגען פארן ברייטן עולם
מיר וואונטשן לייבי מאשקאוויטש א גרויסן הצלחה מיטן נייעם אלבום "הייליג", אז זיינע ניגונים זאלן ווייטער דערהייבן אידישע הערצער!

