א לעקציע אין כח הרצון
מאיר נוסנצווייג בארירט די מוזיק וועלט מיט נייע סינגל און ווידעא "רצון"
מוזיקוועלט רעדאקציע · 7 Sept 2026, 19:30

Ratzon - Meir Nussenzweig - Mp3
טראץ זיין שווערן נסיון מיטן זען, לאזט זיך מאיר נוסנצווייג נישט ברעכן און שטעלט פאר א הארציג ניי ליד וואס דערציילט זיין לעבנס-געשיכטע. ווייטאג איז עכט און דאס לעבן קען זיין שווער, אבער יעדער מענטש האט די כח הבחירה צו וועלן זיין אייגענעם צוגאנג — צו געפינען די אינערליכע כוחות, ווייטער צו גיין מיט שמחה, און טון דעם רצון השם.
דער קאמפאזער און זינגער מאיר נוסנצווייג איז יעצט ארויס מיט א שפאגל נייע, הארציגע סינגל און קליפ מיטן נאמען "רצון". דאס ליד ברענגט ארויס זיין אייגענע לעבנס-געשיכטע און די טעגליכע נסיונות וואס ער גייט דורך. טראץ דעם וואס ער מוטשעט זיך מיטן זען, קוקט ער אייביג בלויז אויף די גוטע זייט, זוכט אלץ וויאזוי ארויסצוהעלפן א צווייטן, און נעמט ארויס דאס בעסטע פון יעדן נייעם טאג מיט אן אומגלויבליכע שמחה.
דער נייער סינגל קומט נאך דעם גאר פאפולערן און הארציגן הילכעדיגן ניגון "פוקח עורים", וואס מאיר האט אליין קאמפאזירט און געזינגען אינאיינעם מיט דעם אומפארגעסליכן בעל מנגן ר' מיכאל שניצלער זצ"ל באגלייט מיט די הארציגע גראמען פון מאטי אילאוויטש.
די הויפט לעקציע פונעם סינגל "רצון" איז אמונה און בחירה. ווייטאג איז עכט, און די שוועריקייטן וואס א מענטש גייט דורך קענען אויסזען ווי די גרעסטע זאך אויף די וועלט — אבער דער ניגון לערנט אונז אויף למעשה, אז קיין חילוק ווי שווער עס איז, קען א ייד אייביג געפינען די אינערליכע כוחות קעגן דעם שטורעם, ווייטער צו גיין מיט א פעסטקייט, און טון וואס דער אייבערשטער ערווארט פון אונז.

