מוזיקוועלט — MusicVelt

מוזיקאלישע ירושה:

אלי פרידמאן זינגט די "מנוחה ושמחה" פון זיין זון מיט די באקאנטע זינגער מיילך ברוינשטיין.

מאטל דער שרייבר · 21 Aug 2026, 01:41

אלי פרידמאן זינגט די "מנוחה ושמחה" פון זיין זון מיט די באקאנטע זינגער מיילך ברוינשטיין.

יוסף יושע'ס מנוחה ושמחה - מיילך ברוינשטיין & אלי פריעדמאן

ר' אליעזר פרידמאן און מיילך ברוינשטיין זינגען דעם באקאנטן שבת קאמבינאציע "מנוחה ושמחה" פון יוסף יושע פרידמן ע"ה

אין די מוזיק וועלט זוכן מיר אלץ חידושים, אבער הבה"ח יוסף יושע פריעדמאן ע"ה, האט געפונען די גרעסטע שיינקייט אין מחבר זיין נשמות צום שבת טיש. ער האט פארמאגט א באזונדערן חוש איבערצונעמען די הייליגע ווערטער פון די זמירות שבת און זיי ארויפצולייגן אויף באקאנטע, הארציגע ניגונים וואס יעדער קען, כדי די ווערטער זאלן אריינגיין גלייך אין הארץ.

אצינד, לכבוד דער ערשטן יארצייט, איז געוואָרן איבערגעגעבן פארן פובליק איינער פון זיינע ליבלינג קאמבינאציעס — דער ניגון "מנוחה ושמחה", הערליך און הארציג אראפגעזונגען דורך דעם באקאנטן בעל מנגן מיילך ברוינשטיין אינאיינעם מיט יוסף יושע'ס טאטע, ר' אליעזר פרידמאן.

די מוזיק פארבלייבט א לעבעדיגע ירושה; יעדעס מאל וואס א אידישע שטוב וועט זינגען דעם ניגון, וועט דאס זיין אן עליה פאר זיין ריינע נשמה.

לאמיר אלע נעמען א מאמענט צו טון א גוטע מצוה אדער חסד לעילוי נשמתו הטהורה. לע״נ הבה״ח יוסף יושע ע״ה בן יבלחט"א אליעזר פריעדמאן ני׳ו. יהא זכרו ברוך.

Share