מוזיקוועלט — MusicVelt

מיט א טאג נענטער צו די ימי הרחמים:

מרדכי בן דוד ערשיינט מיט א נייעם סינגל "ובטובך הגדול"

מאטל דער שרייבער · מרדכי בן דוד · 31 Aug 2026, 23:40

מרדכי בן דוד ערשיינט מיט א נייעם סינגל "ובטובך הגדול"

ובטובך הגדול - מרדכי בן דוד

דער קעניג פון אידישע מוזיק רבי מרדכי בן דוד בארירט די הערצער פין די מוזיק וועלט מיט א נייעם הארציגן סינגל – "ובטובך הגדול"

אין די געהויבענע טעג פון חודש אלול, טוט דער וועלט-בארימטער בעל מנגן רבי מרדכי בן דוד ווערדיגער ארויסגעבן א נייע ניגון וואס גייט בארירען יעדע אידישע נשמה. דער ניגון איז קאמפאזירט געווארן מיט גרויס רגש דורך רבי מרדכי אליין, אינאיינעם מיט אלי לאופער, און קומט מיט א רייכע און קלאסישע ארענזשמענט דורך די מייסטערס אלי און משה לאופער אינאיינעם מיט ניר גראף.

די ווערטער—גענומען פון די תפילות שחרית און סליחות נאך פרשת העקידה—ברענגען ארויס דעם טיפן געשריי פאר חסדים און פאר די גאולה השלימה: "וְתִתְנַהֵג עִמָּנוּ ה׳ אֱלֹקֵנוּ בְּמִדַּת הַחֶסֶד וּבְמִדַּת הָרַחֲמִים, וּבְטוּבְךָ הַגָּדוֹל יָשׁוּב חֲרוֹן אַפְּךָ מֵעַמְּךָ וּמֵעִירְךָ"

יעצט פאר ראש השנה, ווען כלל ישראל קלאפט אן אויף די שערי רחמים, דינט דאס ווי די אמת'ע מוזיקאלישע תפילה. אז אפילו ווען מיר האבן געטאן פארקערט פונעם רצון השם, זאל אונז דער טאטע אין הימל שענקען א כתיבה וחתימה טובה און א שנת גאולה וישועה.

Share