היסטארישע קאלאבאראציע אין די אידישע מוזיק וועלט:
דובי מייזלס מיט בענצי שטיין אין אַן ערשטמאָליגע מוזיק ווידעאָ "הבן יקיר"
מאטל דער שרייבער · 1 Sept 2026, 03:09

Habein - Wav
די צוויי באליבטע ריזן, דובי מייזלס און בנצי שטיין, קומען ארויס מיט א גאר הארציגן ערשטן דועט אויפן באקאנטן ניגון "הבן יקיר לי
דער פראיעקט איז מוזיקאליש פראדוצירט דורך דעם מייסטער מענדי פעקעטע און איז באגלייט מיט א פראכטפולע מוזיק ווידעא אינאיינעם מיט די בארימטע מקהלת נשמה.
דער הארציגע ניגון איז קאמפאזירט דורך ר' יואל ישראל זופניק, און איז לכתחילה ארויס אינעם אלבום "תנועות" געזונגען דורך די לעגענדע מרדכי בן דוד. יעצט באקומט דער קלאסישער ניגון א פרישן און ווארעמען חיות דורך די צוויי שטערנס פונעם דור.
דער ניגון טראגט אן אייביגן און קריטישן מעסעדזש ספעציעל פאר חודש אלול: "הבן יקיר לי" – יעדער איינציגער איד איז גאר טייער ביים אייבערשטן. נישט קיין חילוק ווי ווייט א איד פילט זיך אדער וואס ער איז אדורך, האט אים דער באשעפער ליב ווי א פאטער צו זיין איינציג קינד, און מיט דעם אמונה וועט אונז דער באשעפער שענקען א גוט און געבענטשט יאר.

