קאמפאזירט דורך כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א
שימי קליין ארויס געקומען מיט א נייעם סינגל מיט מוזיק ווידעא "וישמיענו"
מאטל דער שרייבער · 1 Sept 2026, 03:39

"Veyashmieini." - Mp3
שימי קליין מיט אַ הערליכע נייע ניגון און מוזיק ווידעאָ "וישמיענו" פונעם בעלזא רב
אין דער צייט וואָס זיין פאַרגאַנגענע ריליס "עד הנה" וועלכע ווערט נאָך געזונגען טעגליך, טוט דער באַרימטער זינגער שימי קליין צוריק קומען מיט אַ נייעם ניגון "וישמיענו". די ווערטער זאָגט מען ביי "כתר" אין תפילות מוסף שבת צופרי. די ניגון, וועלכע איז קאָמפּאָזירט געוואָרן דורך די בעלזא רב זז"ג, איז אָנגעקומען צום אויער פון שימי וועלכע האָט געשפירט אַז ער מוז עס אַרויסגעבן.
"וישמיענו" איז טייטש "ער זאָל אונז הערן". די ווערטער פונעם ניגון איז אַ תפילה צום רבונו של עולם ער זאָל הערן אונזער געבעט און אויסלייזן פון גלות לעיניי כל חי, און אַהיים ברענגען קיין ארץ ישראל בבניין בית המקדש השלישי בקרוב ממש.

