מוזיקוועלט — MusicVelt

מעלות פרעזענטירט:

אברומי בלומענבערג איז ארויס מיט א נייעם סינגל "אני מאמין", קאמפאזירט דורך זיין טאטע ר' אלימלך.

מאטל דער שרייבער · מוזיק וועלט · 1 Sept 2026, 03:39

אברומי בלומענבערג איז ארויס מיט א נייעם סינגל "אני מאמין", קאמפאזירט דורך זיין טאטע ר' אלימלך.

Ani Maamin – Avrumi Blumenberg - mp3

אברמי בלומענבערג זינגט זיין טאטע'ס נייע "אני מאמין"

די געגועים צום גאולה שרייט ארויס אין יעדע אידיש הארץ. מ'זאגט "אני מאמין באמונה שלמה בביאת המשיח" יעדן טאג, אבער היינט קומט עס מיט א הייליגע נייע ניגון "אני מאמין" קאמפאזירט דורך ר' אלימלך בלומענבערג. ווי מער טאג נענטער צום גאולה וועט די הארץ פון כלל ישראל נישט אויפהערן זינגען "אני מאמין", און אפילו עס וועט נאך נעמען לאנג, וועלן מיר ווארטן יעדן טאג, זיך מחזק זיין באמונה שלימה אז ער קומט נאך היינט און מיר גייען שוין אהיים קיין ירושלים בקרוב ממש. אמן.

די ניגון באקומט א אידישן טעם דורך די קאמפאזיציע פון ר' אלימלך בלומענבערג, ווי עס ווערט הארציג אראָפגעזינגען דורך בנו אברמי, אין באגלייטונג פון יוסי גליק קווייער, מיט א גאר רייכע מוזיקאלישע אראנדזשמענטס דורך די באקאנטער משה לאופער, ווי די מיקס מייסטער שלמה זלמן וועכטער האט געמיקסט דעם ניגון און עס געמאכט באקוועם צו הערן

Share