מוזיקוועלט — MusicVelt

די ניגון ביים אראפ וואקן צום חופה:

יומי לוי פרעזענטירט דעם נייעם סינגל – "מי אדיר"

יומי לוי פרעזענטירט דעם נייעם סינגל – "מי אדיר"
מוזיקוועלט רעדאקציעכ"ה תשרי תשפ"זOct 6, 20265:00 PM

Mi Adir Master.mp3

נאך צוואנציג יאר וואס ער באשיינט דעם עולם החתונות און די וועלט פון נגינה מיט זיין אייגנארטיגן ווארעמען קול וואס פארמאגט א ספעציעלע מתיקות, קומט דער בארימטער בעל מנגן יומי לאווי ארויס מיט עפעס גאר פריש און הארציג.

ווייניג מאמענטן אין דעם מענטשנ'ס לעבן זענען אזוי געהויבען און נצחיודיג ווי די הייליגע מינוטן פון אראפ וואקן צום חופה. א נייער וועג וואס הייבט זיך אן בלויז עטליכע סעקונדעס שפעטער. דאס איז א צייט וואס איז אינגאנצן ארומגענומען מיט הייסע תפילות, הויכע עמאציעס און א טיפע האפענונג אויף א ליכטיגן עתיד פאר דעם נייעם דור.

יעצט, נאכן באגלייטן טויזנטער אידישע שטובער אין די לעצטע צוואנציג יאר, גיט יומי פאר דעם ספעציעלן מעמד א נייע שטימע מיט דעם נייעם ניגון "מי אדיר" – א ניגון וואס איז הערליך שיין און באמת רירעוודיג ביז טרערן, געשאפן דורך דעם וועלט-בארימטן קאמפאזיטאר איצי וואלדנער.

מיט זיין באקאנטהייט, ווארעמקייט און רייכן הארץ באווייזט יומי לאווי אריינצוברענגען דעם אמת'ן חסידישן רגש פונעם מעמד החופה אין איין איינציגן ניגון, וואס פילט זיך סיי פריש און ניי, און סיי קלאסיש און אייביג. כדי דעם ניגון זאל ארויס קימען אויפן שענסטן אופן, האט יומי געארבעט האנט-ביי-האנט מיט דעם באקאנטן מוזיקאלישן פראדוצירער און ארענדזשירער חיים באקשין. צוזאמען האבן זיי אראפגעלייגט א רייכע, פראפעסיאנאלע מוזיקאלישע ארבעט, וואס איז ספעציעל אויסגעשניטן פאר איינע פון די מערסטע אומפארגעסליכע צייטן אין דעם מענטשנ'ס לעבן.

Share