טוב להודות להשם:
יענקי הוכהייזער מיט א געהויבענע "מחרוזת הודאה"

A Medley of Gratitude - Mp3
דער בארימטער בעל מנגן יענקי הוכהייזער שטעלט ארויס א געהויבענע און הארציגע "מחרוזת הודאה", וועלכער ברענגט ארויס אז אלעס קומט פונעם באשעפער אליין אין מדארף אוים כסדר דאנקען
אין דעם היינטיגן לעבן, ווען מ'איז פארנומען מיט אזויפיל זאכן, קען מען זיך זייער גרינג פארלירן אינעם טעגלעכן געלויפעניש, אדער חלילה ווערן צעבראכן ווען מ'גייט דורך שווערע און קאמפליצירטע צייטן. אבער נאר דעמאלט דארף א איד זיך אפשטעלן, זיך ארומקוקן מיט אפענע אויגן, און באמערקן די קליינע חסדים פונעם הייליגן באשעפער און די שטענדיגע ברכות וואס באגלייטן אונז ביי יעדעס איינציגע טריט און שריט.
דאס אלעס האט באקומען א פיל טיפערן באדייט נאכן היסטארישער הצלה מיט דעם 'פליי דובאי' פליגער וואס האט כמעט געקראכט, וואס דאס האט אונז אלע אויפגעטרייסלט און דערמאנט אז אונזער לעבן הענגט אויף א האר יעדע סעקונדע, און אזוי ווי עס שטייט אין פסוק על כל נשימה ונשימה תהלל קה, מען דארף דאנקען און לויבן דעם רבוש"ע אויף יעדן אטעם.
די נייע קאלעקציע נעמט אריין הארציגע ניגונים פון די גרעסטע נעמען אין דער חסידישער מוזיק-וועלט, וואס דערמאנט ווער עס הערט עס, מיטצוזינגען פון די טיפענישן פונעם הארץ א געזאנג פון שבח והודיה צום אייבערשטן פאר אלע גוטס וואס ער טוט יעדן טאג.

